פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג! קינדערלידער מיט מוזיק

פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג! קינדערלידער מיט מוזיק

ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, 1999


אין דעם ביכל געפֿינען זיך אָריגינעלע ייִדישע לידער געשאַפֿענע אין די זעכציקער און זיבעציקער יאָרן פֿון דער פּאָעטעסע און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, איבער הויפּט פֿאַר די ייִדישע פֿאָלקשולן אין שטאָט ניו ־יאָרק. טייל זענען שייך די ייִדישע יום־טובֿים, טייל די סעזאָנען, און אַנדערע – קינדערשע פֿאַנטאַזיעס.

די פּובליקאַציע איז כּולל ייִדישע טעקסטן, טראַנסליטעראַציע און איבערזעצונג. פֿאַראַן אויך אַ באַלייט־קאָמפּאַקטל מיט מוזיק צו די אַלע לידער.


וועגן דער אויסגאַבע

פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג! קינדערלידער מיט מוזיק.
Beyle Schaechter-Gottesman, Fli, mayn flishlang! Kinderlider mit muzik/Fly, Fly, My Kite! Original Yiddish Children’s Songs (New York: League for Yiddish, 1999), 50 pages.


נאָך ביכער