די מלכּה פֿון ייִדיש־קאַבאַרעטן
Eleanor Reissa: The Queen of Yiddish Cabaret
- דעם 30סטן אויגוסט 2026
- אָנלײַן
-
אָנלײַן
די מלכּה פֿון ייִדיש־קאַבאַרעטן
קומט אויף אַ זומישן שמועס און באַקענט זיך מיט
עלענאָר ריסאַ
אין דעם שמועס וועלן מיר נאָכגיין עלענאָר ריסאַס לעבן און וועג אין דער וועלט פֿון ייִדיש־טעאַטער און ־קאַבאַרעט. מיר וועלן רעדן וועגן אירע ערשטע טריט אויף דער בינע, די מענטשן און פֿאָרשטעלונגען וואָס האָבן אויסגעבויט איר קינסטלערישן וועג, אירע אויפֿטריטן איבער דער וועלט, און דעם אופֿן ווי זי בויט אַ מוזיקאַלישע פּראָגראַם און קלײַבט אויס לידער. אַ שמועס וועגן אַ לעבן געווידמעט דער ייִדישער בינע, אירע זכרונות, איר שאַפֿערישקייט און איר בליק אויף דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש־טעאַטער.
זונטיק, דעם 30סטן אויגוסט 2026/י״ז אלול תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 13:00 מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
עלענאָר ריסאַ איז אַן אַמעריקאַנער אַקטריסע, רעזשיסאָרין, דראַמאַטורגין און זינגערין, און ייִדיש איז איר מאַמע־לשון. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין ברוקלין, די טאָכטער פֿון צוויי פּוילישע לעבן־געבליבענע. איבער לאַנגע יאָרן האָט זי געשפּילט, רעזשיסירט און געשאַפֿן אין סײַ ענגלישן, סײַ ייִדישן טעאַטער, און איז געווען די קינסטלערישע מיטדירעקטאָרין פֿון דער פֿאָלקסבינע. זי האָט אויך געשריבן, רעזשיסירט און איבערגעזעצט אַ ריי פּיעסעס און מוזיקאַלישע פּראָגראַמען. אין די לעצטע יאָרן פֿירט זי דעם פּאָדקאַסט “Those Who Were There” בײַם פֿאָרטונאָף־אַרכיוו בײַ יעיל־אוניווערסיטעט און האָט אַרויסגעגעבן איר זכרונות־בוך The Letters Project.
- דעם 30סטן אויגוסט 2026
- אָנלײַן