איר קענט נישט טאַנצן? קענט איר כאָטש רעדן וועגן דעם אויף ייִדיש!
Can’t Dance? At Least You Can Talk About It in Yiddish!
- דעם 27סטן אויגוסט 2026
- אָנלײַן
-
אָנלײַן
איר קענט נישט טאַנצן?
קענט איר כאָטש רעדן וועגן דעם אויף ייִדיש!
קומט אויפֿן ייִדיש־ליגע־שמועסקרײַז דורך זום, מיט אלי בענעדיקט. דעם חודש וועלן מיר רעדן וועגן:
טענץ און טאַנצן
דער זומער איז פֿול מיט פֿעסטיוואַלן, קורסן, מוזיק און טענץ. חוץ דעם האָבן מיר לעצטנס געפּראַוועט חמישה־עשׂר באָבֿ, ווען די טעכטער פֿון ישׂראל פֿלעגן, לויט דער משנה, אַרויסגיין און טאַנצן אין די ווײַנגערטנער. איז דאָך איצט די ריכטיקע צײַט זיך צו כאַפּן אין אַ טאַנץ!
וואָס פֿאַר אַ טענץ האָבן ייִדן געטאַנצט אַ מאָל און וואָס טאַנצט מען הײַנט? ווי הייסן זיי אויף ייִדיש? וואָס פֿאַר אַ טענץ טרעפֿט מען אין אונדזער ליטעראַטור, אין לידער און אין מעשׂיות? און וואָס דאַרף מען וויסן כּדי דאָס קומעדיקע מאָל וואָס עמעצער הייבט אָן צו רעדן וועגן אַ מיצווה־טאַנץ, אַ פֿריילעכס אָדער אַנדערע ייִדישע טענץ, זאָלט איר שוין וויסן אין וואָס סע גייט! 😉
איר זענט פֿאַרבעטן צוצוגרייטן אַ מעשׂה, אַן אַנעקדאָט, אַ ווערטל, אַ דערמאָנונג אָדער סתּם עפּעס אינטערעסאַנטס אויף ייִדיש וואָס האָט צו טאָן מיט טאַנצן. מיר וועלן צוזאַמען לייענען אַ פּאָר קורצע מקורים, זיך לערנען אַ ביסל טאַנצווערטער, אַ סך שמועסן און, דער עיקר, הנאה האָבן! 🤩
יעדער וועט האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן. מען דאַרף נישט רעדן קיין פּערפֿעקט ייִדיש. מע דאַרף נאָר האָבן גענוג ייִדיש כּדי אַרײַנצושפּרינגען אין שמועס. און דאָס מאָל מעג מען אפֿשר אויך אַרײַנטאַנצן! 💃🕺
דאָנערשטיק, דעם 27סטן אויגוסט 2026/י״ד אלול תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 9:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 12:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז: 18:00
ישׂראל: 19:00
די אָנטייל־נעמונג איז בחינם, נאָר מע דאַרף זיך פֿריִער רעגיסטרירן. נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 27סטן אויגוסט 2026
- אָנלײַן