זומישער סעמינאַר פֿאַר לערערס און קרײַזפֿירערס וועגן דעם נײַעם לערנבוך איך מוז דערציילן
Zoom Seminar for teachers and krayzfirers about the new Yiddish textbook
- דעם 16טן סעפּטעמבער 2026
- אָנלײַן
-
אָנלײַן
זומישער סעמינאַר פֿאַר לערערס און קרײַזפֿירערס
וועגן דעם נײַעם לערנבוך איך מוז דערציילן
מיטוואָך, דעם 16טן סעפּטעמבער 2026
12:00–1:30 נ״מ (מיזרח־שעהען)
מיר פֿרייען זיך מודיע צו זײַן אַז שבֿע צוקערס איך מוז דערציילן: לערנבוך פֿאַר ווײַטהאַלטערס באַזירט אויף דער זכרונות־ליטעראַטור, באַנד 1, איז נאָר וואָס אַרויס. מיר האָפֿן אַז איר וועט ניצן דעם נאָוואַטאָרישן רעסורס אין אײַערע קלאַסן, לייענקרײַזן אָדער פֿאַר אײַער אייגענער דערגאַנצונג.
מיר פֿאַרבעטן אײַך אויף דעם סעמינאַר מיט שבֿען, געצילעוועט ספּעציעל אויף לערערס און קרײַזפֿירערס וואָס פּלאַנירן צו ניצן דאָס בוך, אָדער אין גאַנצן אָדער טיילווײַז (ד״ה, נאָר די אויטאָביאַגראַפֿישע טעקסטן אָדער נאָר די גראַמאַטיק). מיר וועלן אַרומרעדן:
1.דעם תּוכן פֿונעם בוך
2. פֿאַר וועמען איז דאָס בוך פּאַסיק
3. ווי צו לערנען פֿון דעם בוך, פֿאַרנעמענדיק זיך מיט אַזעלכע ענינים ווי:
א) ווי צו אַרבעטן מיט די ביאָגראַפֿיעס פֿון די מחברים און די היסטאָרישע געשעענישן דערמאָנט אין די טעקסטן
ב) ווי צו לערנען די גראַמאַטיק אין דעם בוך
ג) ווי אײַנצוגלידערן שמועס און הײַנטצײַטיקן וואָקאַבולאַר אין אײַער קלאַס צי קרײַז.
אַנדערע טעמעס וואָס איר ווילט אַז שבֿע זאָל אַרומרעדן? זײַט אַזוי גוט און שרײַבט sczucker@aol.com פֿאַר דעם סעמינאַר, וועלן מיר זיך באַמיִען זיי צו באַהאַנדלען אין דעם סעמינאַר אָדער אין ווײַטערדיקע. מיר קוקן אַרויס אײַך צו זען אויף זום.
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 16טן סעפּטעמבער 2026
- אָנלײַן