איטשע גאָלדבערג:
אויב ניט נאָך העכער
(דע־ווע־דע)

Itche Goldberg:
A Century of Yiddish Letters
(DVD)

איטשע גאָלדבערג:
איטשע גאָלדבערג:
אויב ניט נאָך העכער
(דע־ווע־דע)

Itche Goldberg:
A Century of Yiddish Letters
(DVD)
Item# itshe-film
$35.00
Choose Member/Non-member/Institution: 

Product Description


Click here for English

איטשע גאָלדבערג:
אױב ניט נאָך העכער


פֿילם־באַשרײַבונג

דער פֿילם איז 83 מינוט לאַנג. אינעם פֿילם דערצײלט דער 101־יאָריקער איטשע װעגן זײַן דערציִונג אין דער הײם און אין שול אין פּױלן און קאַנאַדע, זײַן אַרבעט װי אַ דערציִער און רעדאַקטאָר, און זײַנע מײנונגען װי אַ ליטעראַטור־קריטיקער.

ער רעדט זײער אָפֿן מיטן אינטערװיויִרער יודזשין אָרענשטײן (מעקגיל־ אוניװערסיטעט) װעגן די לינקע שולן װאָס ער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן, און גיט אָפּ זײער אַן אױפֿריכטיקן דין־וחשבון פֿון זײערע מעלות און חסרונות. ער דערלאַנגט אױך זײער שאַרפֿע און ערנצטע אַרײַנבליקן אין דער ראָלע און צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. צװישן אַנדערן דערצײלט איטשע װעגן אַ קאָנפֿליקט מיט דער באַװוּסטער אַנאַרכיסטקע עמאַ גאָלדמאַנען און דעם ,,אָפּכּשרן" אַ ייִדיש לײענביכל מיט אַ בילד פֿון לענינען! עס װאַקסט אַרױס אַ רײַך בילד פֿון דער װעלט פֿון אַ מענטש װאָס איז בײַגעװען אױף דער לװיה פֿון דעם גרױסן ייִדישן שרײַבער י.־ל. פּרץ מיט מער װי 90 יאָר צוריק, און איז געבליבן שאַפֿעריש, אינטעלעקטועל און פּאָליטיש אַקטיװ אין ייִדישע קרײַזן ביז זײַן טױט אין 2006, צו 102 יאָר.



ביאָגראַפֿיע
איטשע גאָלדבערג (1904—2006) איז געבױרן געװאָרן אין אַפּט, פּױלן, און איז אױפֿגעװאָקסן אין װאַרשע. זינט ער איז אָנגעקומען קײן קאַנאַדע פֿון װאַרשע אין 1920 צו פֿערצן יאָר איז זײַן נאָמען אינטים פֿאַרבונדן מיט דער לינקער ייִדישער באַװעגונג. אין 1925 האָט ער געהאָלפֿן עפֿענען ,,יונגװעלט", די ערשטע װעלטלעכע זומער־קאָלאָניע פֿאַר ייִדישע קינדער אין קאַנאַדע. אין 1932 איז ער אַריבער קײן ניו־יאָרק און פֿון 1933 ביז אין מיטן די זיבעציקער יאָרן האָט ער אָנגעפֿירט מיט די שולן און קולטור־פּראָגראַמען בײַ דעם ייִדישן פֿראַטערנאַלן פֿאָלקסאָרדן. (אין 1953, צוליב דעם מעקאַרטיזם זײַנען די שולן װײַטער אָנגעגאַנגען אונטער דער השגחה פֿון דעם נײַ־געשאַפֿענעם דינסטביוראָ פֿאַר ייִדישער דערציִונג.) איטשע איז יאָרן לאַנג געװען דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט ייִדישע קולטור און פֿונעם קינדער־זשורנאַל יונגװאַרג. ער האָט געװוּנען צװײ װיכטיקע ליטעראַרישע פּרעמיעס: די איציק מאַנגער־פּרעמיע אין 1985 און די דוד האָפֿשטײן־פּרעמיע אין 1990. זײַן ביכל עסײען — צװײ איז אַרױס אין 2006.



אינטערװיויִרער
יודזשין אָרענשטײן איז אַסאָצייִרטער פּראָפֿעסאָר
אינעם אָפּטײל פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין מעגיל־אוניװערסיטעט װוּ ער לערנט די מאָדערנע ייִדישע געשיכטע. ער איז געװען איטשע גאָלדבערגס אַ תּלמיד אין די אָרדן־שולן. חוץ דער באַציִונג צװישן אַ לערער און אַ תּלמיד האָט זײ פֿאַרבונדן אַן אמת נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט זינט אָרענשטײן איז אַלט געװען פֿערצן יאָר.

רעזשיסאָר
דזשאַש װאַלעצקי

פּובליקיר־אינפֿאָרמאַציע
איטשע גאָלדבערג: אױב ניט נאָך העכער. דאָקומענטאַר. 83 מינוט. רעזשיסאָר: דזשאַש װאַלעצקי. אינטערװיויִרער: יודזשין אָרענשטײן. אױספֿיר־פּראָדוצירער: שבֿע צוקער. צו באַקומען נאָר אין פֿאָרמאַט פֿון DVD (דיסק). אַרױסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע, 2006.

צוגאָב־מאַטעריאַלן

גיט דאָ אַ קװעטש כּדי אַראָפּצולאָדן די ענגלישע נאָטיצן צום פֿילם. די נאָטיצן גיבן צו פֿאַרשטײן אַ סך פֿון די געשעענישן, ליטעראַרישע װערק און פּערזענלעכקײטן דערמאָנט אינעם פֿילם.


Itche Goldberg:
A Century of Yiddish Letters

Film Description
In this film (83 minutes), 101-year-old educator, essayist, literary critic, poet, and editor Itche Goldberg discusses his life: his upbringing, schooling in Poland and Canada, his work as an educator and editor and his views as a literary critic. Itche speaks candidly with interviewer Eugene Orenstein of McGill University about the linke shuln (progressive schools), which he helped to shape, and very honestly assesses their strengths and shortcomings. Among other things, he recalls both a conflict with famed anarchist Emma Goldman and "kashering" a Yiddish reader with a photo of Lenin! What emerges is a multi-faceted picture of the world of a man who attended the funeral of the great Yiddish writer I.L. Peretz over 90 years ago and who remained creatively, intellectually and politically active in the Yiddish world until his death at 102!

Biography
Itche Goldberg (1904-2006) was born in Apt, Poland, and grew up in Warsaw. Since his arrival in Canada in 1920 as a teenager, the name Itche Goldberg has been synonymous with the linke (progressive) Yiddish movement. In 1925 Itche started Yungvelt, Canada's first secular Jewish children's camp. In 1932 he moved to New York City and from 1933 until the mid-1970s he was director of the Yiddish schools and cultural programs of the International Workers Order/Jewish People's Fraternal Order (JPFO).(Beginning in 1953, following the dissolution of the IWO due to McCarthyism, the schools were run by the newly named Service Bureau for Jewish Education.) Itche edited Yidishe Kultur and the children's magazine Yungvarg. In the 1950s he established the Zhitlowsky Foundation for Jewish Culture. He is the recipient of two major literary awards: Israel's Itsik Manger Prize in 1985 and the Dovid Hofshteyn Prize in 1990. His latest book Eseyen — Tsvey (Essays — Two) was published in 2006.

Interviewer
Eugene Orenstein is Associate Professor in the Dept. of Jewish Studies at McGill University where he teaches modern Jewish history and Yiddish literature. He was a student in the Ordn-shuln (schools of the Jewish People's Fraternal Order) where Itche Goldberg was his teacher. This was the beginning of a lifelong friendship.

Director
Josh Waletzky

Publication Information
Itche Goldberg: A Century of Yiddish Letters. Documentary. 83 minutes. Director: Joshua Waletzky. Interviewer: Eugene Orenstein. Executive Producer: Sheva Zucker. Available on DVD (disk) only. A League for Yiddish Production, 2006.

Supplementary Materials

Click here to download English-language supplementary notes explaining various people, events and works mentioned in the film.