ייִדיש-קראָם
Our Store >ווי אַזוי צו באַשטעלן אונדזער סחורה
How to Order Our MerchandiseClick here for English
מע קען דאָ אין „ייִדיש־קראָם“ קויפֿן אַלע מאַטעריאַלן אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע וואָס זײַנען נאָך אַלץ אין דרוק. דערצו קענט איר אויך קויפֿן געוויסע ייִדישע ביכער און קאָמפּאַקטלעך אַרויסגעגעבן פֿון אַנדערע קולטור־אינסטיטוציעס, ייִדישע שרײַבערס אָדער אַרטיסטן. גיט אַ קוק אויף די קאַטעגאָריעס דאָ אונטן: לערנביכער, לינגוויסטיק און טערמינאָלאָגיע, ליטעראַטור און מוזיק, קינדער־ליטעראַטור און ־מוזיק, פֿילמען־סעריע — „אַ וועלט מיט וועלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס“, און פֿאַרשיידנס.
ייִדיש־קראָם
צו באַשטעלן
מע קען עלעקטראָניש באַשטעלן אַלע מאַטעריאַלן אין „ייִדיש־קראָם“, חוץ פֿריִערדיקע נומערן פֿון אונדזער זשורנאַל אויפֿן שוועל (אויב איר ווילט דאָס באַשטעלן, פֿאַרבינדט זיך מיט אונדזער ביוראָ — זעט די פּרטים דאָ אונטן.) ס’איז פּשוט — גייט נאָך די פֿאַרבינדונגען צו די מאַטעריאַלן וואָס איר ווילט באַשטעלן און גיט אַ קליק אויף Add to cart.
איר קענט באַצאָלן...
• אָדער עלעקטראָניש מיט אַ קרעדיט־קאַרטל
• אָדער דורכן טעלעפֿאָן, פֿעקס, אָדער סתּם פּאָסט מיט אײַערע
,,,קרעדיט־קאַרטל־פּרטים
• אָדער מיטן אַרײַנשיקן אַ טשעק אויסגעשטעלט צו
,,,League for Yiddish, Inc.
• אָדער עלעקטראָניש דורך PayPal.com ניצנדיק דעם ווײַטערדיקן בליצאַדרעס: ,,,store@leagueforyiddish.org
פּאָסט־ און פּאַק־געלט
בײַ אַלע אויסלענדישע (מחוץ די פֿאַראייניקטע שטאַטן) עלעקטראָנישע באַשטעלונגען (סײַ קרעדיט־קאַרטל סײַ PayPal.com) וועט פּאָסט־ און פּאַק־געלט שפּעטער צוגעגעבן ווערן צום פּרײַז און מע וועט דאָס אַראָפּרעכענען פֿון אײַער קרעדיט־קאַרטל. זײַט אַזוי גוט, זען אונדזער זײַטל Ordering and Shipping Information & Privacy Policy נאָך ווײַטערדיקע פּרטים.
פֿאַרקויף־שטײַער
בײַ באַשטעלונגען געשיקט צו אַדרעסן אין שטאַט ניו־יאָרק גיט מען צו 4% פֿאַרקויף־שטײַער, אָבער אין דער שטאָט ניו-יאָרק איז עס 8.875%.
פֿראַגעס
אויב איר ווילט עפּעס פֿרעגן איידער איר באַצאָלט, אַדרבא, זײַט אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז דורך בליצפּאָסט אָדער טעלעפֿאָניש.
Our Store
Everything published by the League for Yiddish that is still in print is available for purchase here in Our Store. Additionally, we sell selected Yiddish books and CDs published by other cultural institutions and/or writers and artists. Browse the sections below: Textbooks, Linguistics and Terminology, Literature and Music, Children's Literature and Music, Film Series—"Worlds within a World: Conversations with Yiddish Writers," and Miscellaneous.
How To Order
All items in Our Store may be ordered online, except for back issues of Afn shvel. (To purchase those please contact our office, details below.) Simply follow the links to the items of interest, make your choice and click "Add to Cart." Please our see Ordering and Shipping Information & Privacy Policy page for further details.
Paying
שטיצט די
ייִדיש-ליגע
מיטגלידערשאַפֿט — װערט אַ מיטגליד/ אַבאָנירט זיך
Membership — Join/Subscribeייִדיש-קראָם
Our Storeאונדזער זשורנאַל אױפֿן שװעל
Our Magazineטערמינאָלאָגיעס פֿון אויפֿן שוועל
Terminologies from Afn Shvelאויפֿן שוועל־
אַרטיקלען מיט גלאָסאַרן
זוכצעטלען צו אויפֿן שוועל
Indexes to Afn Shvelפֿילמען פֿון ייִדישע שרײַבערס
Yiddish Writers’ Film Projectווערטער פֿון דער וואָך
Words of the Weekפּראָגראַמען
רעקאָרדירונגען
Recordingsנאָך פּראָיעקטן
More Projects