אַ גנבֿ! אַ גנבֿ! כאַפּט אים!
Thief! Thief! Stop That Thief!
- דעם 29סטן אָקטאָבער 2026
- אָנלײַן
-
אָנלײַן
אַ גנבֿ! אַ גנבֿ! כאַפּט אים!
קומט אויפֿן ייִדיש־ליגע־שמועסקרײַז דורך זום, מיט אלי בענעדיקט. דעם חודש וועלן מיר רעדן וועגן:
גנבֿים, שווינדלערס און פֿאַרברעכערס
האָט איר שוין אַ מאָל עפּעס געגנבֿעט? אָדער האָט מען עפּעס געגנבֿעט בײַ אײַך? און וואָס מאַכט אַ גנבֿים־מעשׂה פֿאַר אַ גוטער מעשׂה?
פֿון קעשענע־גנבֿים און פֿערד־גנבֿים ביז שווינדלערס און מײַסטער־גנבֿים – זיי באַווײַזן זיך אַלע אין ייִדישע דערציילונגען, לידער, ווערטלעך און ליטעראַטור. זיי האָבן אַפֿילו געהאַט אַן אייגענע גנבֿים־שפּראַך („הענטשקע־לשון”), און אין אַ סך שטעט האָבן די גנבֿים געהאַט אַ דעה אויך אינעם ייִדישן טעאַטער!
איר זענט פֿאַרבעטן צוצוגרייטן אַ מעשׂה, אַנעקדאָט, ווערטל, דערמאָנונג אָדער סתּם עפּעס אינטערעסאַנטס אויף ייִדיש וואָס האָט צו טאָן מיט דער טעמע. מיר וועלן צוזאַמען לייענען אַ פּאָר קורצע טעקסטן, זיך לערנען נײַע ווערטער, שמועסן און, דער עיקר, הנאה האָבן!
יעדער וועט האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן. מען דאַרף נישט רעדן קיין פּערפֿעקט ייִדיש. מע דאַרף נאָר האָבן גענוג ייִדיש כּדי אַרײַנצושפּרינגען אין שמועס!
דאָנערשטיק, דעם 29סטן אָקטאָבער 2026/י״ח חשוון תּשפּ״ז
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז: 18:00
ישׂראל: 19:00
די אָנטייל־נעמונג איז בחינם, נאָר מע דאַרף זיך פֿריִער רעגיסטרירן. נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 29סטן אָקטאָבער 2026
- אָנלײַן