ייִדיש, בונדיסטן… אין אויסטראַליע?!
Yiddish, Bundists… in Australia?!
- דעם 15טן נאָוועמבער 2026
- אָנלײַן
-
אָנלײַן
ייִדיש, בונדיסטן… אין אויסטראַליע?!
קומט אויף אַ זומישן שמועס און באַקענט זיך מיט
אַרנאָלד זייבל
אין די גאַסן פֿון קאַרלטאָן, אַן אַמאָליקער צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין מעלבורן, האָבן געקלונגען ייִדישע לידער, זיך געפֿירט בונדישע פֿאַרזאַמלונגען, געשפּילט ייִדישע טעאַטער־טרופּעס און געבליט אַ רײַך קולטור־לעבן.
אין דער דאָזיקער וועלט איז אויפֿגעוואַקסן דער שרײַבער אַרנאָלד זייבל, אַ קינד פֿון בונדישע אימיגראַנטן פֿון פּוילן. אין אונדזער שמועס וועלן מיר זיך אומקערן מיט אים צו די גאַסן פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, די ייִדישע שולן, טעאַטערס, לידער און מענטשן וואָס האָבן געשאַפֿן די וועלט פֿון זײַנע יונגע יאָרן. מיר וועלן אויך רעדן וועגן דעם, ווי די זכרונות פֿון יענער וועלט לעבן ווײַטער אין זײַנע ביכער.
זונטיק, דעם 15טן נאָוועמבער 2026
מערבֿ־ברעג: 4:00 נאָך מיטאָג
מיזרח־ברעג (מאָנטרעאָל/ניו־יאָרק): 7:00 אין אָוונט
מעלבורן: 11:00 אין דער פֿרי (מאָנטיק, דעם 16טן נאָוועמבער)
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
אַרנאָלד זייבל איז אַן אויסטראַלישער שרײַבער, דערציילער און אַקטיוויסט פֿאַר מענטשנרעכט. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין מעלבורן אין אַ בונדישער משפּחה, און זײַנע ביכער באַהאַנדלען אָפֿט טעמעס פֿון אימיגראַציע, זכּרון, גלות און שײַכות. צווישן זײַנע באַקאַנטע ביכער געפֿינען זיך Jewels and Ashes, Wanderers and Dreamers, Café Scheherazade און Scraps of Heaven. אין דעם נײַסטן נומער אויפֿן שוועל, אָפּגעגעבן ייִדיש אין אויסטראַליע, געפֿינט זיך אַ שמועס מיט אים בעת אַ שפּאַציר איבער די גאַסן פֿון קאַרלטאָן.
- דעם 15טן נאָוועמבער 2026
- אָנלײַן