|
Apology and Regret / פֿאַרענטפֿערונג און חרטה
apologize (to): פֿאַרענטפֿערן זיך (פֿאַר); בעטן (+ אַק׳) מחילה; אַנטשולדיקן זיך (פֿאַר); בעטן אַנטשולדיקונג (בײַ)
[FARÉNTFERN ZIKh (FAR); BETN (+ acc.) MEKhÍLE; ANTShÚLDIKN ZIKh (FAR); BETN ANTShÚLDIKUNG (BA)]
apology: די פֿאַרענטפֿערונג, ־ען; די אַנטשולדיקונג, ־ען
[DI FARÉNTFERUNG, -EN; DI ANTShÚLDIKUNG, -EN]
demand an apology (of): פֿאָדערן אַז (+ נאָמ׳) זאָל זיך פֿאַרענטפֿערן
[FÓDERN AZ (+ nom.) ZOL ZIKh FARÉNTFERN]
offer one's apologies (to): פֿאַרענטפֿערן זיך (פֿאַר)
[FARÉNTFERN ZIKh (FAR)]
owe sb. an apology: קומען (+ דאַט׳) אַ פֿאַרענטפֿערונג
[KÚMEN (+ dat.) A FARÉNTFERUNG]
How do we offer an apology (or quasi-apology…) or regret?
I apologized to her: כ׳האָב זיך פֿאַרענטפֿערט ‹אַנטשולדיקט› פֿאַר איר; כ׳האָב זי געבעטן מחילה; כ׳האָב בײַ איר געבעטן אַנטשולדיקונג.
[Kh’HOB ZIKh FARÉNTFERT ‹ANTShÚLDIKT› FAR IR; Kh’HOB ZI GEBÉTN MEKhÍLE; Kh’HOB BA IR GEBÉTN ANTShÚLDIKUNG.]
(I’m) sorry!: !זײַ(ט) (מיר) מוחל
[ZAY(T) (MIR) MOYKhL!]
(I’m) SO sorry!: !זײַ(ט) מיר טויזנט מאָל מוחל
[ZAY(T) MIR TOYZNT MOL MOYKhL!]
Oh, I’m sorry! (when consoling an injured child): אוי, נעבעך!; אוי, זיך נעבעך צעקלאַפּט ‹צעשניטן/אָנגעשלאָגן/...›!; מיר זאָל זײַן פֿאַר דיר!
[OY, NÉBEKh!; OY, ZIKh NÉBEKh TSEKLÁPT ‹TSEShNÍTN/ÓNGEShLOGN/…›!; MIR ZOL ZAYN FAR DIR!]
How can I make it up to you?: ?ווי אַזוי קען איך דיר ‹אײַך› אָפּדינען
[VI AZÓY KEN IKh DIR ‹AYKh› ÓPDINEN?]
She owes me an apology: .זי קומט מיר אַ פֿאַרענטפֿערונג
[ZI KUMT MIR A FARÉNTFERUNG.]
He already offered his apologies to her: .ער האָט זיך שוין פֿאַרענטפֿערט פֿאַר איר
[ER HOT ZIKh ShOYN FARÉNTFERT FAR IR.]
I was completely out of line: .כ׳האָב זיך אויפֿגעפֿירט אין גאַנצן חוצפּהדיק
[Kh’HOB ZIKh ÚFGEFIRT IN GANTSN KhÚTSPEDIK.]
My mistake!/My bad!: !איך בין שולדיק!; שולדיק בין איך!; חטאָתי
[IKh BIN ShÚLDIK!; ShÚLDIK BIN IKh!; KhOTÓSI!]
Sorry that ... / I regret that ...: ס׳טוט מיר באַנג װאָס; איך באַדױער װאָס; כ׳האָב חרטה װאָס
[S’TUT MIR BANG VOS; IKh BADÓYER VOS; Kh’HOB KhARÓTE VOS]
Oops!: אוף!; אופּס!; אױ!; אײַ־אײַ־אײַ!
[UF!; UPS!; OY!; AY-AY-AY!]
How do we accept an apology?
I forgive you: כ׳בין דיר ‹אײַך› מוחל.
[Kh׳BIN DIR ‹AYKh› MOYKhL.]
Apology accepted: .איך נעם אָן דײַן ‹אײַער› פֿאַרענטפֿערונג
[IKh NEM ON DAYN ‹ÁYER› FARÉNTFERUNG.]
Thanks for your apology: אַ דאַנק פֿאַרן פֿאַרענטפֿערן זיך. / אַ דאַנק וואָס דו האָסט ‹איר האָט› זיך פֿאַרענטפֿערט.
[A DANK FARN FARÉNTFERN ZIKh. / A DANK VOS DU HOST ‹IR HOT› ZIKh FARÉNTFERT.]
No problem!/Don’t worry about it!: נישט געזאָרגט!; נישט געדאגהט!; זאָרג(ט) זיך נישט!; האָב ‹האָט› נישט קײן יסורים!
[NIShT GEZÓRGT; NIShT GEDÁYGET!; ZORG(T) ZIKh NIShT!; HOB ‹HOT› NIShT KEYN YESÚRIM!]
[Image: Ruth (Kaminska) Turkow in Al-Khet (1936)]
|