אָדם ראָוונער, געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער און ייִדישער ליטעראַטור, דענווערער אוניווערסיטעט —
נישטאָ קיין לאַנד אָן אַ הימל: יצחק־נחמן שטיינבערג און די פֿרײַלאַנד־ליגע

Adam Rovner, Assistant Professor of English and Jewish Literature, University of Denver —
No Land Without Heaven: Isaac Nachman Steinberg and the Freeland League


Click here for English

כּדי צו זען אָדם ראָוונערס פֿילם גיט דאָ אַ קוועטש.

גיט אַ קוועטש דאָ, וועט איר קענען לייענען יצחק־נחמן שטיינבערגס עסיי פֿון 1948, „דער פּלאַץ פֿון ׳פֿרײַלאַנד׳ אין ייִדישן לעבן“, איבערגעזעצט אויף ענגליש און צוגעשטעלט פֿון דער ייִדיש־ליגע.

אָדם ראָוונער איז אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער און ייִדישער ליטעראַטור אין דענווערער אוניווערסיטעט. ער האַלט איצט אין שרײַבן אַן אינטעלעקטועלע געשיכטע וועגן די טעריטאָריעלע פֿאַרענטפֿערונגען אויף ייִדישער היימלאָזיקייט א"ט No Land Without Heaven: Isaac Nachman Steinberg and the Freeland League. זינט 2007 איז ער שוין אויסגעווען אין ענגלאַנד, ישׂראל, קעניע, מאַדאַגאַסקאַר, סורינאַם און טאַסמאַניע, כּדי נאָכצושפּירן די געשיכטע פֿון טעריטאָריאַליזם דורך די אַרכיוון, ווי אויך פּראַקטיש אויפֿן אָרט. ער האָט הײַנט נישט געקענט דאָ זײַן מיט אונדז ווײַל ער פֿאָרשט איצט אין אַנגאָלע. ער האָט אָבער צוגעגרייט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן ליכטבילד־פֿילם פֿון קנאַפּע 8 מינוט, וועגן דער געשיכטע וואָס ער האַלט אין פֿאָרשן.


To see Adam Rovner's film click here.

Click here for a copy of Isaac Nachman Steinberg’s 1948 essay, "The Place of 'Freeland' in Jewish Life," translated into English and provided by the League for Yiddish.

Adam Rovner is Assistant Professor of English and Jewish Literature at the University of Denver. He is currently writing an intellectual history of territorial solutions to Jewish homelessness titled "No Land Without Heaven: Isaac Nachman Steinberg and the Freeland League." Since 2007 he has traveled to England, Israel, Kenya, Madagascar, Suriname, and Tasmania to trace the history of the Jewish political ideology of territorialism through archives and on the ground. His articles, essays, and translations have appeared in numerous scholarly and general interest publications, including American History, The Forward, The Jewish Quarterly, and Moment.