די ייִדיש־ליגע גיט אַרױס צוויי טאָפּל־נומערן אַ יאָר פֿון אונדזער דורכױס ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל אױפֿן שװעל. דער זשורנאַל גײט אַרױס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע) און איז איבערגעגעבן דעם אױפֿהיטן, װײַטער אַנטװיקלען און פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור. [כּדי צו לייענען אַן אַרטיקל פֿונעם געוועזענעם רעדאַקטאָר שבֿע צוקער וועגן דער געשיכטע פֿונעם זשורנאַל גיט דאָ אַ קוועטש.] מיר גיבן זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגװיסטיק אין אַ פּרעכטיקן, מאָדערנעם דיזײַן, מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ הױכער קװאַליטעט, און ברײטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפֿן דעם נײַערן לײענער. מיר האָבן איצט אַ טיראַזש פֿון אַן ערך 850. מיטגלידערשאַפֿט אין דער ייִדיש־ליגע נעמט אַרײַן אַן אַבאָנעמענט אױף אױפֿן שװעל.
אונדזערע מיטאַרבעטערס זײַנען:
...מרים טרין - שעף־רעדאַקטאָרשע
...גיטל שעכטער־װישװאַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָרשע
...יאַנקל סאַלאַנט - קונסט־דירעקטאָר.
אונדזער רעדקאָלעגיע באַשטײט פֿון די שרײַבערס און ייִדיש־פֿאָרשערס: בני מער (ישׂראל), איציק בלימאַן און הערשל גלעזער (די פֿאַראײניקטע שטאַטן) און יצחק ניבאָרסקי (פֿראַנקרײַך). במשך די יאָרן האָט זיך בײַ אונדז געדרוקט כּמעט יעדער װיכטיקער ייִדישער שרײַבער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, צװישן אַנדערע: רבֿקה באַסמאַן בן־חײם, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקבֿ גלאַטשטײן, אַבֿרהם סוצקעװער, רחל קאָרן און מלך ראַװיטש.
כּדי אַרײַנצושיקן אַ כּתבֿ־יד זאָל מען שרײַבן אונדזער ביוראָ, אויף info@leagueforyiddish.org. כּתבֿ־ידן מוזן זײַן אויסטיפּירט, אַ שורה איבער אַ שורה, מיט ייִדישע אותיות און דיאַקריטישע צייכנס.
אױף אַרײַנצוגעבן אַ רעקלאַמע אָדער אַנאָנס פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז אױף דעם אַדרעס: info@leagueforyiddish.org אָדער קלינגט אונדז אָן אױף
212-889-0380. אָט זײַנען די פּרײַזן און גרײסן:
1/8 זײַט ($75) = 3 1/2" x 2 1/8"
1/4 זײַט ($150) = 3 1/2" x 4 3/8"
1/2 זײַט ($300) = 7 1/8" x 4 3/8"
1/2 זײַט װערטיקאַל ($300) = 3 1/2" x 8 7/8"
גאַנצע זײַט ($550) = 7 1/8" x 8 7/8"
For a subscription to Afn Shvel
become a member of the League for Yiddish.
To read the table of contents and selected articles from
each issue of Afn Shvel published since 2005, scroll down and
click on the cover of the issue you would like to read.
To obtain copies of available
back issues or the current issue
of Afn Shvel, click here.
The League for Yiddish publishes two double issues annually of our all-Yiddish magazine, Afn Shvel. Started in 1941 (as the organ of the Freeland League for Territorialist Colonization), Afn Shvel is committed to the promotion and preservation of the Yiddish language and culture. [To read an article on the history of the magazine by former editor Sheva Zucker, click here.] It features articles of Yiddish cultural, literary, linguistic and communal interest, as well as a beautiful, modern layout, high-resolution photos, and extensive glossaries to help newer readers. We currently have a circulation of about 850. Membership in the League for Yiddish includes a subscription to Afn Shvel.
The editorial staff consists of:
...Miriam Trinh editor-in-chief
...Gitl Schaechter-Viswanath Yiddish language editor
...Yankl Salant art director.
Our editorial board consists of the writers and scholars Isaac Bleaman and Paul Glasser (United States), Benny Mer (Israel), and Yitskhok Niborski (France). Over the years we have published almost every major Yiddish writer of the 20th century, including Rivke Basman Ben-Khayim, Aaron Glanz-Leyeles, Yankev Glatshteyn, Rokhl Korn, Meylekh Ravitsh and Avrom Sutzkever.
To submit a manuscript for publication, please write our office, at info@leagueforyiddish.org. All manuscripts should be typed, double-spaced, in the Yiddish alphabet, including diacritical marks.
To place an ad or greeting, please contact us at info@leagueforyiddish.org or call us at 212-889-0380.
Prices and sizes are as follows:
1/8-page ad ($75) = 3 1/2" x 2 1/8"
1/4-page ad ($150) = 3 1/2" x 4 3/8"
1/2-page ad ($300) = 7 1/8" x 4 3/8"
1/2 page vertical ($300) = 3 1/2" x 8 7/8"
Full-page ad ($550) = 7 1/8" x 8 7/8"