מרים טרין איז די הײַנטיקע שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון דעם אָרגאַן פֿון דער ייִדיש־ליגע אױפֿן שװעל. זי האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט אויף דעם דאָזיקן פּאָסטן ערשט אין 2020 נאָך דעם ווי די דעמאָלטיקע רעדאַקטאָרשע האָט זיך פּענסיאָנירט.
זי איז געבוירן אין קראָקע (פּוילן) און אויפֿגעװאַקסן אין האַמבורג (דײַטשלאַנד). נאָך דער מאַטורע האָט זי עולה געװען און שטודירט אויפֿן העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים, פֿילאָסאָפֿיע און ייִדיש. די מאַגיסטער־לימודים האָט זי דורכגעמאַכט אויפֿן פּאַריזער סאָרבאָן־אוניװערסיטעט. איר דאָקטאָראַט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט זי געשריבן װעגן פֿילשפּראַכיקער פּאָעזיע פֿון געטאָס און לאַגערן.
זי לערנט ייִדיש און ייִדיש־ליטעראַטור זינט 1999, האָט געלערנט אויף פֿאַרשיידענע אינטערנאַציאָנאַלע זומערקורסן און אַרבעט איצט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט.
אין 2018 האָט זי צוזאַמען מיט אליעזר ניבאָרסקין געגרינדט דעם ייִדיש־צענטער „יאָ"־ייִדיש־אָרט, װאָס פֿאַרשפּרייט ייִדישע שפּראַך און קולטור דורך אַקטיװיטעטן און אונטערנעמונגען דער עיקר אויף מאַמע־לשון אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים, ווי אויך דורך זום איבער דער גאָרער וועלט.
אַחוץ לערערײַ און איר אַרבעט ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון אויפֿן שוועל פֿאַרנעמט זי זיך אויך מיט איבערזעצונגען פֿון און אויף ייִדיש.
זי האָט פֿיר קינדער — אַלע ייִדיש־רעדערס פֿון דער היים.