צירל קוזניץ, געהילפֿס־פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע, דירעקטאָר פֿון ייִדישע לימודים, באַרד־קאַלעדזש —
אַ בליק אַרײַן אין דער געשכיטע: דער פֿרײַלאַנד־באַנקעט, 1952

Cecile Kuznitz, Assistant Professor of History, Director of Jewish Studies, Bard College —
A Snapshot in History: The Freeland Banquet of 1952


Click here for English

פֿאַר אַ פּע־דע־עף פֿון צירל קוזניצעס רעדע וואָס נעמט אַרײַן אַן ענגלישן קיצור גיט דאָ אַ קוועטש.

אונטן געפֿינט זיך אַ בילד אַראָפּגענומען בײַם פֿרײַלאַנד־באַנקעט (1952) וואָס פֿיגורירט אין דער רעדע, מיט אַ רשימה געסט וואָס מע האָט שוין אידענטיפֿיצירט. אויב איר קענט דערקענען נאָך געסט, זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אַ בליצבריוול מיט זייערע נעמען, טישנומערן און זיצערטער.

כּדי צו זען דעם פֿילמירטן אינטערוויו וואָס ווערט דערמאָנט אין דער רעדע, מיט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, איינער פֿון די געסט בײַם באַנקעט, גיט דאָ אַ קוועטש.

צירל־אסתּר קוזניץ איז דער געהילפֿס־פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע און דירעקטאָר פֿון ייִדישע לימודים אין באַרד־קאַלעדזש. איר בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִוואָ, מיטן דערווײַליקן טיטל YIVO and the Making of Modern Jewish Scholarship וועט אין גיכן אַרויס פֿון קיימברידזש־יוניווערסיטי־פּרעס. פּראָפֿעסאָר קוזניץ איז אין 2007 געווען אַ חבֿר (khover, ד"ה, אַ fellow) אינעם Miles Lerman Center for the Study of Jewish Resistance בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי. זי איז אויך אַ געטרײַער מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע פֿון דער ייִדיש־ליגע.


For a PDF of Cecile Kuznitz's talk which includes an English summary, click here.

A photograph taken at the Freeland banquet (1952) around which Kuznitz's talk centers can be found below along with a list of attendees who have thus far been identified. If you recognize any others, please email us specifying their names, table numbers and seat locations.

The filmed interview referred to at the end of the talk, with Beyle Schaechter-Gottesman, one of the banquet attendees, can be seen by clicking here.

Cecile E. Kuznitz is assistant professor of history and director of Jewish studies at Bard College. Her book on the history of the YIVO Institute for Jewish Research, tentatively titled "YIVO and the Making of Modern Jewish Scholarship," is to be published by Cambridge University Press. Professor Kuznitz was a Miles Lerman Center for the Study of Jewish Resistance Fellow at the U.S. Holocaust Memorial Museum in 2007. She is also a member of the Board of Directors of the League for Yiddish.

***

וועמען דערקענט איר דאָ אונטן?
(גיט אַ קוועטש אויפֿן בילד פֿאַר אַ גרעסערן נוסח
מיט קלאָר נומערירטע טישן.)

Whom Do You Recognize Below?
(Click on the image for a larger version
with clearly numbered tables.)




Click here for English

יערלעכער פֿרײַלאַנד־ליגע־באַנקעט, פּאַרק־שעראַטאָן־האָטעל, ניו־יאָרק, דעם 14טן דעצעמבער 1952.

שוין אידענטיפֿיצירטע געסט:
טיש 2 - אויף לינקס פֿון טיששילד „2”: מרדכי שעכטער; צוויי ווײַטער אויף לינקס: ביילע שעכטער־גאָטעסמאָן; צוויי מענטשן ווײַטער: מיטע שטיינבערג־טשאַרני
טיש 3 - אויף לינקס פֿון טיששילד „3”: מיט דער באָרד, יצחק־נחמן שטיינבערג
טיש 4 - פֿרוי אויף רעכטס פֿון טיששילד „4”: פֿרוי פֿרוכטבוים; אויף לינקס: לייזער פֿרוכטבוים, קייליע מינקין, יהודה מינקין
טיש 5 - גלײַך פֿאַר יצחק־נחמן שטיינבערג (זעט טיש 3): יהודה זעליטש; פֿאַר אים: גאַליע זעליטש
טיש 6 - מאַן אויף רעכטס פֿון טיששילד „6”: ד”ר זלמן יובֿעלי
טיש 7 - פֿרוי אויף רעכטס פֿון טיששילד „7”: סיידי (זיסל) טוראָק; אויף רעכטס נייטן טוראָק

Annual Banquet of the Freeland League, Park Sheraton Hotel, New York, December 14, 1952.

Identified Attendees:
TABLE 2 – Center table, left of table sign “2”: Mordkhe Schaechter; two on the left: Beyle Schaechter-Gottesman; two farther on left: Mita Steinberg Charney, Leo Steinberg
TABLE 3 – On left of table sign “3”: with beard, Isaac Nachman Steinberg
TABLE 4 – Right of table sign “4”: Mrs. Fruchtbaum; on her left Leyzer (Lester) Fruchtbaum, Keylye Minkin, Yehuda Minkin
TABLE 5 – Directly in front of Steinberg (see Table 3): Yehuda Zelitch; further in front: Helen (Galia) Zelitch
TABLE 6 – Right of table sign “6”: Dr. Zalmen Yoveli
TABLE 7 – Right of table sign “7”: Sadie Baras Turak; on her right: Nathan Turak