מוזיקאַלישע פּראָגראַם —
מירעלע קעסלער, יעלענע שמואלענסאָן, בנימין שעכטער, ריינע שעכטער

Musical Program —
Mira Kessler, Binyumen Schaechter, Reyna Schaechter, Yelena Shmulenson


Click here for English

פֿאַר אַ פּע־דע־עף מיט די ווערטער (אויף ייִדיש און ענגליש) פֿון אַלע לידער געזונגען אויף דער פּראָגראַם גיט דאָ אַ קוועטש. יעלענע שמואלענסאָן האָט געזונגען אַלע לידער אַחוץ „וואַסערל" וואָס איז געזונגען געוואָרן פֿון מירעלע קעסלער און ריינע שעכטער. בנימין שעכטער האָט באַגלייט אַלע זינגערס אויף דער פּיאַנע.

מירעלע קעסלער האָט פֿאַרענדיקט דעם 11טן קלאַס אין דער דורעם־קונסטנשול (Durham School of the Arts). זי לערנט זיך זינגען און גיטאַר און האָט ליב צו שפּילן טעאַטער. זי גייט שוין אויף דער יוגנטרוף־ייִדיש־וואָך יעדן זומער זינט זי איז געבוירן געוואָרן — און אַפֿילו ווען זי איז נאָך געווען בײַ דער מאַמען אין בויך.

יעלענע שמואלענסאָן איז אַן אַקטריסע און זינגערין. זי איז געבוירן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד און האָט אין 1993 עמיגרירט צוזאַמען מיט איר משפּחה קיין אַמעריקע. זי האָט געשפּילט אָף־בראָדוויי סײַ אויף ענגליש סײַ אויף רוסיש סײַ אויף ייִדיש. זי האָט אויך געשפּילט אין דעם רק ייִדישן פּראָלאָג פֿון A Serious Man, דעם פֿילם פֿון די ברידער כּהן וואָס איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן אָסקאַר אין 2010. ייִדיש איז איר פֿיפֿטע שפּראַך.

בנימין שעכטער איז דער דיריגענט פֿונעם ערשטראַנגיקן ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר וואס זינגט רק ייִדישע ווערק. ער האָט שוין געשריבן לידער פֿאַר 5 אָף־בראָדוויי־פּיעסעס, און איז דער פֿאַרלייגער און דירעקטאָר פֿון „די שעכטער־טעכטער", וווּ זײַנע 2 טעכטער זענען די זינגערינס yiddishsisters.com. מע וועט קענען זען די שעכטער־טעכטער אין אַ דאָקומענטאַר־פֿילם רעזשיסירט פֿון דזשאַש וואַלעצקי וואָס וועט אם־ירצה־השם אַרויס אָנהייב 2012.

ריינע שעכטער, די עלטערע פֿון די שעכטער־טעכטער yiddishsisters.com, איז שוין אויפֿגעטראָטן איבער דער וועלט אינעם ייִדישן מוזיקאַלישן רעווי ווען די באָבעס און זיידעס זענען געווען יונג. זי האָט געשפּילט מיט מײַק בורשטיין אינעם שלאַגער On Second Avenue, און איז איינע פֿון די געציילטע מיטלשול־סטודענטן אין סטיווען סאָנדהײַמס פּראָגראַם פֿאַר יונגע דראַמאַטורגן .Young Playwrights Inc.


For a PDF with the words (in Yiddish and English) to all the songs sung in the program, click here. Yelena Shmulenson sang all songs except "Vaserl [Little Stream]" which was sung by Mira Kessler and Reyna Schaechter. Binyumen Schaechter accompanied all the singers on the piano.

Mira Kessler has completed the 11th grade in the Durham School of the Arts. She is studying voice and guitar and loves acting. She has been attending the Yugntruf Yidish-vokh (Yiddish retreat) every summer since she was born (and even in utero).

Binyumen Schaechter is the conductor of the Jewish People's Philharmonic Chorus which sings exclusively Yiddish works. He has written songs for five off-Broadway shows, including Naked Boys Singing, and is the founder and director of the Yiddish musical duo Di Shekhter-Tekhter, starring his two daughters (yiddishsisters.com) who are featured in a documentary directed by Josh Waletzky, to be released in early 2012.

Reyna Schaechter, the elder of Di Shekhter-Tekhter (yiddishsisters.com), has performed internationally in the Yiddish musical revue When Our Bubbas and Zeydas Were Young. She was featured opposite Mike Burstein in the off-Broadway hit On Second Avenue and is one of the select high-school students in Stephen Sondheim's program Young Playwrights Inc.

Yelena Shmulenson is an actress and singer. She was born in Belarus and came to the United States with her family in 1993. She has performed Off-Broadway in English, Yiddish and Russian. She also performed in the Yiddish prologue to A Serious Man by the Coen brothers, which was nominated for an Oscar in 2010. Yiddish is her fifth language.