בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן—
בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע (קאָמפּאַקטל)
(אױספֿאַרקױפֿט)

Beyle Schaechter-Gottesman—
At My Mother's House (CD)
(OUT OF STOCK)

בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן—
בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן—
בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע
(קאָמפּאַקטל) (אױספֿאַרקױפֿט)

Beyle Schaechter-Gottesman—
At My Mother's House
(CD) (OUT OF STOCK)
Item# baymayn
$18.00
Choose Member/Nonmember:  This item is currently out of stock!

Product Description

Sorry, this is out of stock and cannot be ordered at this time.
‫צום באַדויערן איז דאָס נישט בנימצא, קען מען דערווײַלע נישט באַשטעלן.‬

Click here for English.

כאָטש ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן איז באַקאַנט דער עיקר ווי אַ ייִדישע פּאָעטעסע און אַ מחברטע פֿון זינגלידער, איז זי אויך אַ זעלטענע טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלקזינגערין וואָס טיילט איר אוצר מיטן נײַעם דור זינגערס פֿאַראינטערעסירט מיט איר עכטן סטיל און מיט איר רײַכן רעפּערטואַר, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט אין איר היימשטאָט טשערנעוויץ (דעמאָלט אין רומעניע, הײַנט אין אוקראַיִנע).

רעקאָרדירונגען צו דער זאַמלונג האָט מען גענומען פֿון צוויי קוואַלן: נומערן 12-1 און 27 זענען רעקאָרדירט געוואָרן אין 1994 אין סטודיע מיט עלקע (אַלישיאַ) סוויגאַלס (פֿידל) און לאָרין סקלאַמבערג (האַרמאָשקע). נומערן 26-13 זענען רעקאָרדירט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין נאָוועמבער 1993 אין קאַקטוס-קאַפֿע אין אָסטין, טעקסאַס. שעכטער-גאָטעסמאַן האָט געזונגען, ס'רוב אָן באַגלייטונג, אָבער צום סוף קאָנצערט האָט נײַדזשעל דזשייקאָבס זי אַקאָמפּאַנירט אויפֿן פֿידל און מאַרק לאַודען אויף דער האַרמאָשקע.

אויב איר זענט פֿאַראינטערעסירט מיטן עכטן פֿאָלקגעזאַנג איז דאָס קאָמפּאַקטל ווי אָנגעמאָסטן פֿאַר אײַך.


Though Beyle Schaechter is primarily known as a Yiddish poet and songwriter, she is also an accomplished traditional Yiddish folk singer who has shared her songs with a new generation of singers interested in her authentic style. Her extensive repertoire was learned in her hometown of Czernowitz (then Romania, now Ukraine).

This recording contains material from two sources: Tracks 1- 12, and track 27 are from a studio recording with Alicia Svigals (violin) and Lorin Sklamberg (accordion) made in 1994. Tracks 13-26 are from a live concert at the Cactus Cafe in Austin, Texas, performed in November, 1993. Schaechter-Gottesman sang unaccompanied, but was joined by Nigel Jacobs (violin) and Mark Louden (accordion) at the end of the concert.

If you're interested in authentic Yiddish folksinging, then this CD is for you.

Publication Information
בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע.
Beyle Schaechter-Gottesman, Bay mayn mames shtibele/At My Mother's House (New York: Yiddishland Records, 2004), compact disk.